אברהם סוצקעווער לייענט זיין ליד "ווער וועט בלייבן"י
װער װעט בלײבן? װאָס װעט בלײבן? בלײבן װעט אַ װינט, י
בלײבן װעט די בלינדקײט פונעם בלינדן, װאָס פאַרשװינדט. י
בלײבן װעט אַ סימן פונעם ים: אַ שנירל שוים, י
בלײבן װעט אַ װאָלקנדל פאַרטשעפּעט אויף אַ בוים. י
װער װעט בלײבן? װאָס װעט בלײבן? בלײבן װעט אַ טראַף, י
בראשיתדיק אַרויסצוגראָזן װידער זײן באַשאַף. י
בלײבן װעט אַ פידלרויז לכבוד זיך אַלײן, י
זיבן גראָזן פון די גראָזן װעלן זי פאַרשטײן. י
מער פון אַלע שטערן אַזש פון צפון ביז אַהער, י
בלײבן װעט דער שטערן, װאָס ער פאַלט אין סאַמע טרער. י
שטענדיק װעט אַ טראָפּן װײן בלײבן אין זײן קרוג.י
װער װעט בלײבן? גאָט װעט בלײבן, איז דיר ניט גענוג? י

Avrom Sutzkever reading his poem "Ver vet blaybn? Vos vet blaybn?" This recording is from Sheva Zucker's CD, "The Golden Peacock: The Voice of the Yiddish Writer" (2001).
דאׇס ליד "אַ וואׇגן שיך" אַ ליד פון אברהם סוצקעווער, אׇנגעשריבן אין ווילנער געטאׇ, געלייענט פון דעם מחבר