Itzik Manger reads אויפן וועג שטייט א בוים
Click to set custom HTML
איציק מאנגער "אויפן וועג שטייט אַ בוים" י
אויפֿן וועג שטייט אַ בוים — י
שטייט ער אײַנגעבויגן. י
אַלע פֿייגל פֿונעם בוים
זײַנען זיך צעפֿלויגן.י
דרײַ קיין מיזרח, דרײַ קיין מערבֿ,י
און די רעשט קיין דרום.י
און דעם בוים געלאָזט אַליין, י
הפֿקר פֿאַרן שטורעם.י
זאָג איך צו דער מאַמען: "הער!י
זאָלסט מיר נאָר נישט שטערן --י
וועל איך, מאַמע, איינס און צוויי --י
באַלד אַ פֿויגל ווערן.י
איך וועל זיצן אויפֿן בוים --י
און וועל אים פֿאַרוויגן,י
איבערן ווינטער מיט אַ טרייסט,י
און מיט אַ שיינעם ניגון..."י
זאָגט די מאַמע: "ניטע קינד!" י
און זי וויינט מיט טרערן. י
קענסט חלילה אויפֿן בוים,י"
מיר פֿאַרפֿרוירן ווערן".י
זאָג איך: "מאַמע! ס'איז אַ שאָד -- י
דײַנע שיינע אויגן". י
און איידער וואָס און איידער ווען, י
בין איך מיר אַ פֿויגל.י
וויינט די מאַמע: "איציק קרוין! י
נעם אום גאָטעס ווילן, י
נעם כאָטש מיט אַ שאַליקל, י
דו זאָלסט זיך נישט פֿאַרקילן.י
די קאַלאָשן טו זיך אָן, י
ס'גייט אַ שאַרפֿער ווינטער — י
און די קוטשמע טו דיר אָן, י
וויי איז מיר, און ווינד מיר.י
און דאָס ווינטער־לײַבל נעם, י
טו עס אָן, דו שוטה, י
אויב דו ווילסט נישט זײַן קיין גאַסט, י
צווישן אַלע טויטע". י
כ'הייב די פֿליגל, ס'איז מיר שווער, י
צופֿיל, צופֿיל זאַכן, י
האָט די מאַמע אָנגעטאָן – י
דעם פֿייגעלע, דעם שוואַכן.י
קוק איך טרויעריק מיר אַרײַן — י
אין דער מאַמעס אויגן. י
ס'האָט איר ליבשאַפֿט נישט געלאָזט, י
ווערן מיר אַ פֿויגל. י
אויפֿן וועג שטייט אַ בוים --
שטייט ער אײַנגעבויגן.
אַלע פֿייגל פֿונעם בוים
זײַנען זיך צעפֿלויגן.
אויפֿן וועג שטייט אַ בוים — י
שטייט ער אײַנגעבויגן. י
אַלע פֿייגל פֿונעם בוים
זײַנען זיך צעפֿלויגן.י
דרײַ קיין מיזרח, דרײַ קיין מערבֿ,י
און די רעשט קיין דרום.י
און דעם בוים געלאָזט אַליין, י
הפֿקר פֿאַרן שטורעם.י
זאָג איך צו דער מאַמען: "הער!י
זאָלסט מיר נאָר נישט שטערן --י
וועל איך, מאַמע, איינס און צוויי --י
באַלד אַ פֿויגל ווערן.י
איך וועל זיצן אויפֿן בוים --י
און וועל אים פֿאַרוויגן,י
איבערן ווינטער מיט אַ טרייסט,י
און מיט אַ שיינעם ניגון..."י
זאָגט די מאַמע: "ניטע קינד!" י
און זי וויינט מיט טרערן. י
קענסט חלילה אויפֿן בוים,י"
מיר פֿאַרפֿרוירן ווערן".י
זאָג איך: "מאַמע! ס'איז אַ שאָד -- י
דײַנע שיינע אויגן". י
און איידער וואָס און איידער ווען, י
בין איך מיר אַ פֿויגל.י
וויינט די מאַמע: "איציק קרוין! י
נעם אום גאָטעס ווילן, י
נעם כאָטש מיט אַ שאַליקל, י
דו זאָלסט זיך נישט פֿאַרקילן.י
די קאַלאָשן טו זיך אָן, י
ס'גייט אַ שאַרפֿער ווינטער — י
און די קוטשמע טו דיר אָן, י
וויי איז מיר, און ווינד מיר.י
און דאָס ווינטער־לײַבל נעם, י
טו עס אָן, דו שוטה, י
אויב דו ווילסט נישט זײַן קיין גאַסט, י
צווישן אַלע טויטע". י
כ'הייב די פֿליגל, ס'איז מיר שווער, י
צופֿיל, צופֿיל זאַכן, י
האָט די מאַמע אָנגעטאָן – י
דעם פֿייגעלע, דעם שוואַכן.י
קוק איך טרויעריק מיר אַרײַן — י
אין דער מאַמעס אויגן. י
ס'האָט איר ליבשאַפֿט נישט געלאָזט, י
ווערן מיר אַ פֿויגל. י
אויפֿן וועג שטייט אַ בוים --
שטייט ער אײַנגעבויגן.
אַלע פֿייגל פֿונעם בוים
זײַנען זיך צעפֿלויגן.
Itzik Manger reads כ'האָב זיך יאָרן געוואַלגערט
איציק מאנגער "כ'האָב זיך יאָרן געוואַלגערט" י
כ'האָב זיך יאָרן געוואַלגערט אין דער פרעמד,י
איצט פאָר איך זיך וואַלגערן אין דער היים.י
מיט איין פּאָר שיך, איין העמד אויפן לייב,י
אין דער האַנט דעם שטעקען. ווי קען איך זיין אָן דעם?י
כ'וועל נישט קושן דיין שטויב ווי יענער גרויסער פּאָעט,י
כאָטש מיין האַרץ איז אויך פול מיט געזאַנג און געוויין.י
וואָס הייסט קושן דיין שטויב? איך בין דיין שטויב.י
און ווער קושט עס, איך בעט אייך, זיך אַליין?י
כ'וועל שטיין פאָרגאַפט פאַר דעם כנרת בלאָ,י
אין מיינע בגדי־דלות אָנגעטאָן,י
אַ פאַרוואָגעלטער פּרינץ, וואָס האָט געפונען זיין בלאָ,י
און בלאָ איז זיין חלום פון תמיד אָן.י
כ'וויל נישט קושן דיין בלאָ, נאָר סתם אַזוי
ווי אַ שטילע שמונה־עשרה וועל איך שטיין – י
וואָס הייסט קושן דיין בלאָ? איך בין דיין בלאָ
און ווער קושט עס, איך בעט אייך, זיך אַליין? י
כ'וועל שטיין פאַרטראַכט פאַר דיין מדבר גרויס
און הערן די דורות־אַלטע קעמעל־טריט,י
וואָס וויגן אויף זייערע הויקערס איבערן זאַמד
תורה און סהורה, און דאָס אַלטע וואַנדער־ליד,י
וואָס ציטערט איבער די זאַמדן הייס־צעגליט,י
שטאַרבט אָפּ, דערמאָנט זיך און וויל קיינמאָל נישט פאַרגיין.י
כ'וועל נישט קושן דיין זאַמד, ניין און צען מאָל ניין.י
וואָס הייסט קושן דיין זאַמד? איך בין דיין זאַמד,י
און ווער קושט עס, איך בעט אייך, זיך אַליין?י