דאָס ליד "מײַן מאַמעס מעשהלע" פון משה טייף געלייענט פון זײַן אלמנה – דער יידישער
אַקטריסע פונעם אַמאָליקן ווײַסרוסישן יידישן מלוכה טעאַטער – אסתּר בלושטשינסקי
קיכעלעך און זעמעלעך
,שײן איז מאָסקװע אָװנט צײַט
,װען עס פֿאַלט אַ שנײעלע
גײ איך אױף דער גאָרקי-גאַס
.מיט דער יוגנט פֿרײען זיך
אין אַ קלײט האָב איך דערזען
–קיכעלעך און זעמעלעך
בין איך אױף דער גאַס אַרױס
:מיט אַ ליד – אַ זמרל
!שטײט
!שטײט
!שטײט
,ניט אײַלט אַזױ, ניט לױפֿט
גײט אַרײַן אַהער אין קלײט
קױפֿט פֿאַר אַלע קינדער, קױפֿט
,קיכעלעך און זעמעלעך
...קיכעלעך און זעמעלעך
,שלעפּט מיך אָפּ אַ ייִנגעלע
:פֿרעגט מיך עפּעס שעמעװדיק
?שטאָ טאַקאָיע קיכעלעך
?שטאָ טאַקאָיע זעמעלעך
,קוק איך אױף דער ייִנגעלע
,,גלעט זײַן פֿוטער-היטעלע
,און עס װערט מיר טרױעריק
:נאָר איך זינג מײַן לידעלע
!שטײט
!שטײט
!שטײט
,ניט אײַלט אַזױ, ניט לױפֿט
גײט אַרײַן אַהער אין קלײט
קױפֿט פֿאַר אַלע קינדער, קױפֿט
,קיכעלעך און זעמעלעך
...קיכעלעך און זעמעלעך
,זינג איך, און מיר דאַכט, איך הער
:װי עס בעט מײַן ייִנגעלע
,טאַטע, קױף אַ קיכעלע
...טאַטע, קױף אַ זעמעלע
?װאו ביסטו, מײַן ייִנגעלע
?װאו ביסטו, מײַן טײַערער
דאַכט זיך, אַז דו שרײַסט צו מיר
.פֿון די געטאָ־פֿײַערן
!שטײט
!שטײט
!שטײט
,ניט אײַלט אַזױ, ניט לױפֿט
גײט אַרײַן אַהער אין קלײט
קױפֿט פֿאַר אַלע קינדער, קױפֿט
,קיכעלעך און זעמעלעך
...קיכעלעך און זעמעלעך
,שײן איז מאָסקװע אָװנט צײַט
,װען עס פֿאַלט אַ שנײעלע
גײ איך אױף דער גאָרקי־גאַס
.מיט דער יוגנט פֿרײען זיך
זע איך קינדער, גיב איך זײ
,קיכעלעך מיט זעמעלעך
און מיר דאַכט, די גאַנצע װעלט
:זינגט מײַן ליד – מײַן זמרל
!שטײט
!שטײט
!שטײט
,ניט אײַלט אַזױ, ניט לױפֿט
גײט אַרײַן אַהער אין קלײט
קױפֿט פֿאַר אַלע קינדער, קױפֿט
,קיכעלעך און זעמעלעך
...קיכעלעך און זעמעלעך
(1960)
קיכעלעך און זעמעלעך
,שײן איז מאָסקװע אָװנט צײַט
,װען עס פֿאַלט אַ שנײעלע
גײ איך אױף דער גאָרקי-גאַס
.מיט דער יוגנט פֿרײען זיך
אין אַ קלײט האָב איך דערזען
–קיכעלעך און זעמעלעך
בין איך אױף דער גאַס אַרױס
:מיט אַ ליד – אַ זמרל
!שטײט
!שטײט
!שטײט
,ניט אײַלט אַזױ, ניט לױפֿט
גײט אַרײַן אַהער אין קלײט
קױפֿט פֿאַר אַלע קינדער, קױפֿט
,קיכעלעך און זעמעלעך
...קיכעלעך און זעמעלעך
,שלעפּט מיך אָפּ אַ ייִנגעלע
:פֿרעגט מיך עפּעס שעמעװדיק
?שטאָ טאַקאָיע קיכעלעך
?שטאָ טאַקאָיע זעמעלעך
,קוק איך אױף דער ייִנגעלע
,,גלעט זײַן פֿוטער-היטעלע
,און עס װערט מיר טרױעריק
:נאָר איך זינג מײַן לידעלע
!שטײט
!שטײט
!שטײט
,ניט אײַלט אַזױ, ניט לױפֿט
גײט אַרײַן אַהער אין קלײט
קױפֿט פֿאַר אַלע קינדער, קױפֿט
,קיכעלעך און זעמעלעך
...קיכעלעך און זעמעלעך
,זינג איך, און מיר דאַכט, איך הער
:װי עס בעט מײַן ייִנגעלע
,טאַטע, קױף אַ קיכעלע
...טאַטע, קױף אַ זעמעלע
?װאו ביסטו, מײַן ייִנגעלע
?װאו ביסטו, מײַן טײַערער
דאַכט זיך, אַז דו שרײַסט צו מיר
.פֿון די געטאָ־פֿײַערן
!שטײט
!שטײט
!שטײט
,ניט אײַלט אַזױ, ניט לױפֿט
גײט אַרײַן אַהער אין קלײט
קױפֿט פֿאַר אַלע קינדער, קױפֿט
,קיכעלעך און זעמעלעך
...קיכעלעך און זעמעלעך
,שײן איז מאָסקװע אָװנט צײַט
,װען עס פֿאַלט אַ שנײעלע
גײ איך אױף דער גאָרקי־גאַס
.מיט דער יוגנט פֿרײען זיך
זע איך קינדער, גיב איך זײ
,קיכעלעך מיט זעמעלעך
און מיר דאַכט, די גאַנצע װעלט
:זינגט מײַן ליד – מײַן זמרל
!שטײט
!שטײט
!שטײט
,ניט אײַלט אַזױ, ניט לױפֿט
גײט אַרײַן אַהער אין קלײט
קױפֿט פֿאַר אַלע קינדער, קױפֿט
,קיכעלעך און זעמעלעך
...קיכעלעך און זעמעלעך
(1960)